ניו יארק – די פרוי פון דאנאלד טראמפ דזשוניאר, פרעזידענט טראמפ'ס עלטסטער זוהן, איז נעכטן אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונג, נאכדעם וואס זי האט געעפנט א פארדעכטיגטן בריוו מיט ווייסע שטויב, וועלכע איז אנגעקומען צו דער מאנהעטענער היים וואו דאס פארפאלק וואוינט. טראמפ דזשוניאר איז דעם פרעזידענט'ס מערסט-באקאנטער זוהן, זייענדיג א שטענדיגער פארטיידיגער פון זיין פאטער, און שטייענדיג אצינד אין שפיץ פון טראמפ'ס ביזנעסער. ווי מען הערט פון קוועלער אינערהאלב די סיקרעט סערוויס, איז דער בריוו געשיקט געווארן צו דער טראמפ דזשוניאר פאמיליע, דורך עמיצן אין באסטאן, און אויסער די ווייסע שטויב, האט עס אנטהאלטן א גאר ווילדע און שארפע סטראשע בריוו קעגן דעם פרעזידענט'ס זוהן. זיין פרוי איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל בלויז פאר פארזיכטיגקייט און אונטערזוכונגען, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומשעדליכע שטויב.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל