וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג זוכט צו בויען א נייע הויפטקווארטיר פאר די עף-בי-איי, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן געשיקט צו קאנגרעס א פארלאנג צו באשטעטיגן 2.1 ביליאן דאלאר, אויף אנצוהייבן נאך היי יאר בויען די נייע הויפטקווארטיר. די עף-בי-איי איז יעצט הויפטקווארטירט אין דער "דזשעי עדגאר האווער געביידע", וועלכע איז געבויעט געווארן אין די 970'ער יארן און געפינט זיך אין זייער א שוואכן צושטאנד, וואס דעריבער האט די אבאמא אדמיניסטראציע געהאט אונטערגענומען א פראיעקט צו זוכן א פרישן ארט וואו אראפצושטעלן א נייע הויפטקווארטיר, א שטייגער ווי מערילאנד אדער ווירדזשיניע, נאענט צו וואשינגטאן די-סי. טראמפ האט עס אבער אפגעשטעלט און פארארדענט אז די הויפטקווארטירן זאלן פארבלייבן אין וואשינגטאן די-סי, נאר א נייע געביידע וועט אראפגעשטעלט ווערן אויפ'ן זעלבן ארט פונעם אלטן. אלעס אינאיינעם וועט עס קאסטן 3.3 ביליאן דאלאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל