וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן ארויסגעשטעלט זיין בודזשעט פארשלאג אויף יאר 19' למספרם, און עס באשטייט פון 4.4 טריליאן דאלאר אין שפענדונג. דער בודזשעט אנטהאלט פרישע מאסיווע שפענדונגען פאר'ן מיליטער, גרויסע געלטער פאר פעדעראלע אינפראסטרוקטור פראיעקטן, געלטער פאר א גרויסע גרעניץ וואנט צווישן די פאראייניגטע שטאטן און מעקסיקא, צווישן אנדערע פראגראמען. לויט דער שאצונג, וואס איז מיטגעלייגט מיט'ן בודזשעט פארשלאג, וועט דער פלאן אפקאסטן 4.4 טריליאן דאלאר, אבער די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז עס וועט נאר צולייגן צום פעדעראלן בודזשעט דעפיציט ארום איין טריליאן דאלאר, וויבאלד דער בודזשעט פארשלאג רופט פאר מאסיווע שניטן פון ארום 3 טריליאן דאלאר פון רעגירונג הילפס פראגראמען, א שטייגער ווי מעדיקעיד, מעדיקעיר און פוד-סטעמפס אין די קומענדיגע צען יאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל