וואשינגטאן – דער פענטאגאן האט נעכטן געזאגט, אז זי האט צוגעלייגט די נעמען פון א פאר טויזנט זעלנער, צו דער נאציאנאלער ליסטע פון מענטשן פאר וועמען מ'טאר נישט פארקויפן קיין ביקסן אדער סיי וועלכע וואפנס. דאס אמעריקאנער מיליטער איז געקומען אונטער שארפע קריטיק פארלאפענעם נאוועמבער, ווען עס האט פאסירט די ברוטאלע שיסעריי ביי א קירכע אין טעקסאס, וואו דער געוועזענער זעלנער דעווין פעטריק קעלי האט אומגעברענגט 26 אומשולדיגע מענטשן, און עס האט זיך נאכדעם ארויסגעשטעלט אז ער האט געהאט א קרימינאלן רעקארד אין מיליטער, נאר דאס מיליטער האט פארנאכלעסיגט עס צו באריכטן פאר די עף-בי-איי און אנדערע אויטאריטעטן. אצינד האט דאס מיליטער געפונען נאך ארום 4 טויזנט געוועזענע זעלנער מיט אומבאריכטעטע קרימינאלע רעקארדס, און זי האט ארויפגעשטעלט די אלע אויף די נויטיגע ליסטעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל