וואשינגטאן – א ספעציעלער פארהער איבער באן זיכערהייט אין אמעריקע, איז פארגעקומען נעכטן אין קאנגרעס, וואו די קאנגרעסלייט האבן געלייגט באנייטן דרוק אויף די עקזעקוטיוון פון גרויסע אמעריקאנער באן סערוויס פירמעס, אריינגערעכנט עמטרעק, אז זיי זאלן זיך צואיילן צו אינסטאלירן די קריטיש-וויכטיגע "פאזיטיוו טרעין קאנטראל" טעכנאלאגיע ביי אלע שינעס איבער'ן לאנד. די טעכנאלאגיע איז א סיסטעם וועלכע נעמט איבער קאנטראל פונעם באן, אין סיי וועלכע עמורדזשענסי פאל, אריינגערעכנט ווען דער באן דרייווער פירט עס שנעלער ווי די ערלויבטע ספיד, און שטודיע נאך שטודיע צייגן קלאר אז פילע פאטאלע באן אינצידענטן וואלטן געקענט פארמיטן ווערן, אויב וואלט די טעכנאלאגיע געווען פולקאם אינסטאלירט אויף אלע שינעס. עמטרעק'ס הויפט עקזעקוטיוו ריטשארד ענדערסאן האט געזאגט, אז די טעכנאלאגיע וועט ווארשיינליך נאכנישט זיין אינסטאלירט אויף אלע שינעס ביז ענדע היי יאר, אבער די פירמע באטראכט צו סוספענדירן סערוויס אויף די שינעס וואס האבן עס נאכנישט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל