וואשינגטאן – נעכטן איז געווארן קלארער, אז עס איז נישט מעגליך דורכצופירן א גרויסע אימיגראציע ביל, וואס צילט בעיקר זיך אן עצה צו געבן מיט די צוויי מיליאן דאקא אימיגראנטן וואס געפינען זיך אין אמעריקע אין אן אומזיכערן צושטאנד. א גרופע פון 25 סענאטארן פון ביידע פארטייען האבן געהאט פובליצירט זייער פלאן, וואס האט אריינגענומען דאס צושטעלן בירגערשאפט פאר די דאקא אימיגראנטן און 25 ביליאן דאלאר פאר טראמפ'ס מעקסיקא-וואנט, אבער דאס ווייסע הויז האט קלארגעשטעלט, אז טראמפ וועט דאס נישט אונטערשרייבן, נאר וועטאאירן. דאס ווייסע הויז איז נישט צופרידן פונעם פאקט אז דער ביל גיט נישט גענוג איינצוצוימען "פאמיליע קייט אימיגראציע", וואס באדייט דאס וואס אימיגראנטן ביז היינט האבן געקענט "ספאנסערן" אן אויסלענדישן פאמיליע מיטגליד אז יענער זאל קענען אריינקומען אין אמעריקע. דער ביל צוימט יא די סארט אימיגראציע, אבער גייט נישט גענוג עקסטרעם. למעשה האט דער סענאט נעכטן געשטימט סיי אויף די אומפארטייאישע ביל און סיי אויף טראמפ'ס אייגענע פארשלאג, און ביידע זענען דורכגעפאלן, צייגנדיג אז אימיגראציע רעפארם איז אוממעגליך, אפנים דערווייל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל