ניו יארק – נעכטן האט מען געהערט, אז די פאליציי און עף-בי-איי האבן סוקסעספול אפגעשטעלט א ווארשיינליכע מאסיווע באמבארדירונג אטאקע פלאן אין ניו יארק סיטי, ווען א געוועזענער סקול טיטשער און זיין צווילינג ברודער זענען ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן אויף פארשידענע קלאגעס. די צוויי ברידער, אידענטיפיצירט אלס קריסטשיען און טיילער טאראו, האבן שטילערהייט געזאמלט הויפנס אויפרייס מאטעריאל אין זייער אפארטמענט אין די בראנקס, און די פאליציי זענען דערגאנגען אויף זייערע שפורן נאכדעם וואס א באמבע סטראשע איז געמאכט געווארן פארלאפענעם דעצעמבער ביי די סקול וואו קריסטשיען האט געארבעט אלס טיטשער. די פאליציי האבן זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן די באמבע סטראשע, און זענען דערגאנגען אויף די פלענער פון די צוויי ברידער, נאכדעם וואס קריסטשיען האט איבערגעלאזט באמבע-אנווייזונגען אויף א לעפטאפ וואס די סקול האט אים געהאט צוגעשטעלט פאר זיין ארבעט. מעיאר דעבלאזיא האט נעכטן בארואיגט ניו יארקער בירגער, אז ס'איז נישטא קיין שום אקטיווער געפאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל