ניו יארק – די פלו וואקסין טוט א שוואכן דזשאב מיט'ן באשיצן עלטערע אמעריקאנער און אנדערע קעגן די פלו, צייגן פרישע ציפערן וואס געזונטהייט אויטאריטעטן האבן נעכטן פובליצירט. אלעס אינאיינעם שטעלט זיך ארויס אז דער וואקסין היי יאר איז בלויז 36 פראצענט אפעקטיוו אין אפשטעלן און באשיצן פון די פלו, און ווען עס קומט צו די "עיטש-3-ען-2" סארט פלו, די ערגערע סארט וועלכע איז באזונדער שטארק פארשפרייט היי יאר, איז דער וואקסין אינגאנצן 25 פראצענט אפעקטיוו. נעכטן האט מען אויך געהערט צום ערשטן מאל, ווי די באאמטע אינערהאלב דעם "צענטער פאר דעזיז קאנטראל און פריווענשאן" האבן מודה געווען, אז דער פאקט אז דער וואקסין איז נישט אזוי אפעקטיוו, שפילט א שטארקע הויפט ראלע אין דעם וואס מען הערט פון א זעלטן-הויכע צאל אינפעקטירטע און טויטפעלער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל