יוטא – א טויטליכער צוזאמשטויס האט פאסירט אין א פעלד אין יוטא, ווען א וואפּיטי ("עלק" אויף ענגליש) באשעפעניש איז ארויפגעשפרונגען אויף א העליקאפטער, אראפברענגענדיג דעם העליקאפטער צו דער ערד, און דער וואפיטי איז דערנאך געשטארבן ווען עס איז פארכאפט געווארן אין די דרייענדיגע שפיצן אויפ'ן דאך פונעם העליקאפטער. אייגנטימער פון גרויסע סטאדעס באשעפענישן, נוצן אפט העליקאפטערס צו האלטן קאפ און חשבון וואו די סטאדעס געפינען זיך, און זיי פליען גאר נידריג מיט די העליקאפטערס, אויסצושפרייטן נעצן צו כאפן באשעפענישן וועלכע פארפארן פון די איבריגע סטאדע אדער דרייען זיך אין א געפארפולער געגנט. גענוי דאס האט פאסירט אין די בערג נעבן סאלט לעיק סיטי, יוטא, וואו צוויי פארמער האבן געוואלט כאפן דעם וואפיטי אין א נעץ, אבער דער העליקאפטער איז געפלויגן צו נידריג, ערלויבנדיג דעם באשעפעניש ארויפצוקריכן צום העליקאפטער. דער העליקאפטער האט אראפגעקראכט און דער באשעפעניש איז געשטארבן. נו, פרעג איך דיר, הער וואפיטי, האט זיך די גאנצע זאך געלוינט?...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל