דאנערשטיג איז ארויסגעקומען מער דעטאלן איבער דעם ברוטאלן מארד אין די פלארידע שולע, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט פאליציי נישט באוויזן צו אפשטעלן דעם מערדער און ער האט זיך ארויסגעשלייכט פון די כאאס און נאך באוויזן צו אפשטאטן א באזוך אין א לאקאלן רעסטוראנט צו עסן א נארהאפטיגע מאלצייט פאר פאליציי האט געלייגט א האנט אויף אים.

דער 19 יעריגער ניקאלעס קרוז איז אנגעקומען צום שולע ארום 2:20 און אנגעהויבן זיין מאסן מארד, און פאליצי האט אים הערשט געכאפט 3:40 נאכמיטאג און האבן געטראפן ביי אים נאך שעדליכע וואפן. קרוז האט באוויזן זיך צו ארויסשלייכן אינאיינעם מיט די הונדערטער וועלכע זענען אנטלאפן פון די סצענע.

עס זענען נעכטן ערשינען באריכטן אז קרוז איז געווען פארבינדען צו ראסיסטישע ווייסע גרופעס, טראץ וואס פאליציי זאגט אז דערווייל זענען נישטא קיין באווייזן דערצו איז דער פירער פון א ווייסע האסן גרופע וועלכער רופט זיך ״רעפובליק אף פלארידע״ ארויסגעקומען עפנטליך און געזאגט אז דער מערדער האט זיך באטייליגט אין די גרופעס אקטיוויטעטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל