ווארשא – דער שטורעם ארום דער פוילישער רעגירונג און דעם האלאקאוסט האלט ווייטער אן, און דער פוילישער פרעמיער מיניסטער מאטעאס מאראוויצקי איז פריש אראפגעריסן געווארן, נאכדעם וואס ער איז געגאנגען צו די באגרעבעניש ערטער פון עטליכע פוילישע קעמפער וועלכע האבן קאלאבארירט מיט נאצי דייטשלאנד ביים צווייטן וועלט קריג, זיי צו באעהרן. מאראוויצקי האט באזוכט ביי די באגרעבענישן פון עטליכע זעלנער וואס האבן באלאנגט צו דער "האולי קראסס מאונטעין בריגאדע", וואס האט אנהייב קריג געקעמפט קעגן דער דייטשישער ארמיי, אבער שפעטער האבן זיי קאלאבארירט מיט די נאציס, מיט'ן ציל צו באקעמפן די קאמוניסטן. זיין באזוך איז געקומען נאכ'ן זיך אויסערן אז דער נייער האלאקאוסט געזעץ אין פוילן וועט נישט צוימען צו רעדן פון גארנישט איבער'ן האלאקאוסט, און אויך נישט פונעם פאקט אז ס'זענען געווען אידן וואס האבן געשפילט א ראלע אינעם האלאקאוסט.


בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל