וויסקאנסין – פרישע אויפדעקונגען זענען געמאכט געווארן ארום פאול נעהלען (Paul Nehlen), דער אנטיסעמיטישער קאנגרעס קאנדידאט, וועלכער לויפט אין וויסקאנסין, קעגן דעם אמטירנדן קאנגרעס ספיקער פאול רייען. ניעלען איז שוין לאנג באקאנט אלס א וויסטער אנטיסעמיט, וואס באהאלט נישט זיין שנאה צו אידן, זאגנדיג ביי א געלעגנהייט אז אלע אידן גייען ברענען און אז אידן טוען קאנטראלירן די וועלט'ס בענק און מידיא. אבער יעצט קומט אפיר אז דער ווארטזאגער פאר ניעלען'ס קאמפיין, א פארשוין ביים נאמען דזשאש סמיט, איז אויך א וויסטער אנטיסעמיט, טראץ וואס סמיט איז געבוירן און אויפגעוואקסן אלס איד. עס איז אויפגעדעקט געווארן אז סמיט פארמאגט עטליכע אקאונטס אויפ'ן אינטערנעט, דורך וועלכע ער פארשפרייט העסליכע ארטיקלען, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט אפגעשריבן עטליכע מעסעדזשעס אין די לעצטע פאר וואכן, אויסלויבנדיג דעיוויד דיוק, דער מערסט-באקאנטער האלאקאוסט לייקענער אין אמעריקע.

בילד: דזשאש סמיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל