מאסקווע – די אייסיס טעראר גרופע האט גענומען קרעדיט פאר א שיסעריי אטאקע וואס האט פאסירט נעבן א קירכע אינעם רוסישן דאגעסטאן ראיאן. די שיסעריי האט פאסירט ביי א קירכע אין דער שטאט קיזליאר, וועלכע גרעניצט זיך מיט'ן טשעטשניער ראיאן, וואו א מאיאריטעט איינוואוינער זענען מוסולמענער און אייסיס האט דארטן שטארקן איינפלוס. 5 מענטשן זענען אומגעקומען ווען אן איינצלנער שיסער האט זיך געשטעלט ביי דער טיר פון דער קירכע, און ווען די מענטשן האבן אנגעהויבן פארלאזן דאס ארט, האט דער שיסער געעפנט פייער און אויף זיי געשאסן. די פאליציי האט רעאגירט אין איילעניש און געשאסן דעם פארשוין, וועלכער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס א יוגנטליכער לאקאלער איינוואוינער. עדות האבן געזאגט אז דער פארשוין האט געשריגן "אללא אכבאר" בשעת'ן שיסן, און ווי געשריבן האט די אייסיס טעראר גרופע גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר דער שיסעריי, זייענדיג די לעצטע אין א סעריע טעראר אטאקעס וואס זי האט באוויזן דורכצופירן אין רוסלאנד.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל