סיריע – "מיין פיינט'ס פיינט, איז מיין פריינט", גייט דאס באקאנטע ווערטל, און דאס שטעלט זיך ארויס צו זיין די רעאליטעט אין סיריע, וואו דאס מיליטער פונעם דיקטאטור באשאר אסאד האט געשלאסן אן אפמאך מיט די אנטי-אסאד קורדישע רעבעלן, צו ערלויבן דאס אסאד מיליטער זיי ארויסצוהעלפן. די קורדן זענען יעצט פארמישט אין א בלוטיגן געפעכט מיט דער טערקישער ארמיי, וועלכע האט אינוואדירט סירישע טעריטאריע נעבן דעם טערקישן גרעניץ, מיט'ן בלויזן ציל אפצושטעלן דאס וואס די אנטי-אסאד קורדישע רעבעלן ווערן דארטן שטארקער און שטארקער, ווייל טערקיי באטראכט די קורדן אלס אן ערנסטער געפאר קעגן איר. אויסער וואס די קורדן ליידן זיך צוזאם פון די טערקישע אינוואדירער, שמעקט אויך נישט פאר דעם אסאד מיליטער, אז דאס טערקישע מיליטער האט זיך אריינגעשטעקט די נאז אין איר לאנד, און דעריבער האבן די אנטי-אסאד קורדן און דאס אסאד מיליטער, געשלאסן אן אפמאך, אז דאס אסאד מיליטער וועט אריינקומען אינעם אפרין ראיאן און העלפן די קורדן ארויסטרייבן די טערקן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל