טעהראן – אלע 65 פאסאזשירן און פלי מאנשאפט פון אן איראנער פליגער זענען אומגעקומען, נאכדעם וואס דער פליגער האט אראפגעקראכט אין צענטראל איראן. דער פאטאלער קראך האט פאסירט נאכדעם וואס דער פליגער פון דער "אסעמאן" לופטליניע האט זיך געהויבן פונעם מעראבאד לופטפעלד אין דער הויפטשטאט טעהראן, זייענדיג אויפ'ן וועג צום דרום-מערב שטאט יאסוזש, ווען ארום פופציג מינוט נאכ'ן זיך הייבן איז עס פארשוואונדן געווארן פון די לופט-טראפיק קאנטראל ראדארן, בשעת'ן פליען העכער דער שטאט סעמיראן. דערווייל האט מען נאכנישט אפגעפונען דעם געקראכטן פליגער, און רעטונגס ארבעטער האבן געארבעט איבערנאכט צו זוכן אינעם בערגיגן געגנט וואו דער פליגער האט אראפגעקראכט. איראן האט א רעלאטיוו-גוטע רעקארד פון פלי-זיכערהייט, און איינס פון די ערגסטע פלי-טראגעדיעס אין איר היסטאריע האט פאסירט אין פעברואר יאר 03', ווען א פליגער האט אראפגעקראכט אין דרום-מזרח איראן, אומברענגענדיג אלע 276 איראנער זעלנער וועלכע זענען דערויף געפארן.
הוסף רשומת תגובה