בערלין – די דייטשע רעגירונג האט געמאלדן אז זי וועט ארויסטיילן קאמפענסאציע געלטער, פאר אידן פון אלדזשיריע וועלכע האבן געליטן אין לויף פונעם צווייטן וועלט קריג. עס זענען געווען בערך 130 טויזנט אידן אין אלדזשיריע אין לויף פון די קריגס יארן, און פילע פון זיי האבן געליטן דיסקרימינאציע, ווען זייערע פארמעגנס זענען קאנפיסקירט געווארן, און זיי זענען ארויסגעווארפן געווארן פון זייערע דזשאבס און שטעלעס, און א געוויסע פראצענט זענען אויך דעפארטירט געווארן צו קאנצענטראציע לאגערן. מען שאצט אז 25 טויזנט פון זיי לעבן נאך, רוב פון זיי אין פראנקרייך, און יעצט וועלן זיי צום ערשטן מאל באקומען מלחמה קאמפענסאציע געלטער. לויט'ן סטעיטמענט פון דער דייטשער רעגירונג, וועלן אלדזשיריער אידן וואס האבן געליטן ביים קריג באקומען 2,250 יוראס (2,800 אמעריקאנער דאלאר).

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל