ירושלים – א פרישע שוידערליכע און פאטאלע אראבישע שטעכעריי אטאקע האט נעכטן פאסירט, ווען אן אראבישער טעראריסט איז איבערגעפאלן א איד מיט א מעסער ביים אריינגאנג צו דער שטאט אריאל אינעם מערב ברעג, וואו דער אראבער איז אריבערגעגאנגען די גאס, בעת דער איד איז געשטאנען אויפן טראטואר, און געשטאכן דעם איד עטליכע מאל מיט גרויס ברוטאליטעט, פון וועלכן דער איד האט ליידער שפעטער אויסגעהויכט די נשמה פון זיינע וואונדן.

דער איד איז אידענטיפיצירט געווארן אלס איתמר בן גל הי"ד, א פאטער פון 4 קינדער און א מרביץ תורה אין דער מתנחלי'שער זידלונג הר ברכה אינעם מערב ברעג. די שטעכעריי קומט א מאנאט נאכדעם וואס רזיאל שבח הי"ד איז אומגעקומען אין אן אראבישער שיסעריי טעראר אטאקע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל