מאלדיוואס – אינעם לענדל מאלדיוואס, א טראפיש לאנד אינעם אינדיען אקעאן מיט א באפעלקערונג פון קנאפע 400,000 בירגער, קומען פאר העפטיגע אומרוען, נאכדעם וואס דער ארטיגער פרעזידענט האט זיך אנגעהויבן אויפפירן ווי א דיקטאטור. פרעזידענט אבדולא יאמין איז שוין אין אמט זינט יאר 2013, און אין דער לעצטער שטיק צייט האט ער דורכגעפירט ארעסטן אויף אפאזיציע פיגורן, צווישן אנדערן אויפ'ן געוועזענעם פרעזידענט מאומון אבדול געיאם. דער סופרים קאורט האט מיט א וואך צוריק פארארדענט פרעזידענט יאמין צו באפרייען די אלע אפאזיציע פיגורן, וויבאלד זיי ווערן געהאלטן אונטער ארעסט אפילו אן באגיין קיין שום קרימינאלע אקט, אבער פרעזידענט יאמין אנטזאגט זיך אויסצופאלגן דעם געריכט'ס אורטייל. יאמין האט סוספענדירט דעם פארלאמענט און פארארדענט דאס מיליטער צו שטעלן א ווידערשטאנד קעגן סיי וועלכן פרואוו אים צו אימפיטשן, און נעכטן האט יאמין דערקלערט א 15 טאגיקע סטעיט אוו עמורדזשענסי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל