סיריע – נעכטן האט מען געהערט מער דעטאלן איבער דעם וואס סירישע רעבעלן האבן אראפגעשאסן א רוסישן מיליטערישן פליגער העכער'ן אידליב פראווינץ. דער פליגער איז אראפגעשאסן געווארן דורך דזשיהאדיסטישע רעבעלן פון דער "האיאט טאכריר על-שאם" גרופע, וועלכע איז פארבינדן מיט על קאידא, און אנדערש ווי די דזשיהאדיסטן האבן קודם געזאגט, אז זיי האבן אומגעברענגט דעם פילאט נאכדעם וואס ער האט באוויזן ארויסצושפרינגען פונעם אראפגעשאסענעם פליגער און איבערלעבן, האט מען נעכטן געהערט אז ער איז באגאנגען זעלבסטמארד.

די פרישע באריכטן צייגן אז דער פילאט איז אנגעקומען אויף דער ערד לעבעדיגערהייט, און ער האט ארויסגענומען זיין רעוואלווער, שיסנדיג צוויי פון די דזשיהאדיסטן, איידער ער האט אויסגעשריגן "דאס איז פאר אונזערע חברה!" און איז באגאנגען זעלבסטמארד ל"ע, ווי איידער צו ווערן געכאפט און געפייניגט דורך די דזשיהאדיסטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל