סעאל – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן א סעריע פרישע סאנקציעס קעגן צפון קארעא, זאגנדיג אז די יעצטיגע סאנקציעס זענען די גרעסטע אין היסטאריע קעגן דעם קאמוניסטישן לאנד. די סאנקציעס זענען ארויפגעשטעלט געווארן קעגן 27 פירמעס וועלכע טוען אין אימפארט-עקספארט, און ספעציפיש אויף 28 גרויסע שיפן. די אלע פריש-סאנקציאנירטע ווערן באשולדיגט אין זיין פארמישט אין א מאסיווע אפעראציע פון דעם צפון קארעאר רעזשים אויסצומיידן די אמעריקאנער סאנקציעס, דורכ'ן שיקן אויל און אנדערע פראדוקטן פאר צפון קארעא, און דורכ'ן ארויסליפערן צפון קארעא-פראדוצירטע קוילן צו אנדערע לענדער, הויפטזעכטליך כינע, וואס אזוי האט דער צפון קארעא רעזשים געלט אנצוגיין. די נייע סאנקציעס אדרעסירט נישט דעם פראבלעם אז צפון קארעא מיידט אויס סאנקציעס דורכ'ן האנדלען אויפן אינטערנעט מיט "ביטקוין", אבער די אדמיניסטראציע באטראכט עס אויך אלס אן אפציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל