ירושלים – די טראמפ אדמיניסטראציע האט פאראויסגערוקט די געפלאנטע ערעפענונג פון דער נייער אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים, אז עס וועט זיך שוין עפענען נאך בעפאר היי יאר זומער, ברענגענדיג א פחד איבער פרישע אומרוען און טעראר אטאקעס דורך די פאלעסטינער ה"י. לויט די פרישע אינפארמאציע, וועט די אמבאסאדע זיך שוין פארמאל עפענען היי יאר אום מאי 14, ווען עס געפאלט אויס דער גוי'אישער דאטום פון 'יום העצמאות', די טרויעריגע גרינדונג פון מדינת ישראל. עס וועט אבער בלויז זיין א צערעמאניעלע עפענונג, ווייל די פולקאמע פונקציעס פון דער אמבאסאדע וועלן ערשט אריינגיין אין קראפט ביים ענדע פון יאר 19'. אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט, אז דער ציוניסטישער אמעריקאנער ביליאנער שעלדאן אדעלסאן וויל ביישטייערן א גרויסע סומע געלט, צו קענען אוועקשטעלן די אמבאסאדע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל