דמשק – די יו-ען זיכערהייט קאונסיל האט באשטעטיגט א רעזאלוציע וועלכע רופט פאר א דרייסיג טאגיקע שטילשטאנד אין סיריע. די רעזאלוציע קומט נאכדעם וואס עס איז געווען איינס פון די בלוטיגסטע וואכן אין סיריע, מיט מאסיווע באמבארדירונגען דורך דעם אסאד רעזשים. אלעס אינאיינעם זענען פינף הונדערט ציווילע אומגעקומען פון די באמבארדירונגען די פארלאפענע וואך, אריינגערעכנט 120 קינדער, לויט א באריכט פון דער בריטיש-באזירטער "יומען רייטס אבזערוועטארי". די רעזאלוציע טוט פארדאמען דעם אסאד רעזשים פאר די אומ'רחמנות'דיגע באמבארדירונגען, און אין דער זעלבער צייט רופט עס פאר דעם דרייסיג טאגיקן שטילשטאנד, אבער דערווייל איז נישט קלאר צי ס'איז בכלל דא דאס מינדעסטע שאנס אז אזא שטילשטאנד וועט ווערן א רעאליטעט, וויבאלד מען האט נישט געהערט קיין רעאקציע, נישט פונעם אסאד רעזשים און נישט פון די רעבעלן קרעפטן, צו דער יו-ען אפשטימונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל