וואשינגטאן – אידישע אקטיוויסטן זאגן, אז די אמעריקאנער רעגירונג האט אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט דער ליביער רעגירונג, וועלכע וועט ערלויבן די ליביער רעגירונג צו האלטן אידישע פראפערטיס קאנפיסקירט אונטער זייער קאנטראל. דער אפמאך איז עכט געצילט צו געבן רעכט און קאנטראל פאר דער ליביער רעגירונג, אונטערצונעמען שריט צו באשיצן אלטע היסטארישע אידישע געביידעס און אנטיקן, אז עס זאל נישט חרוב ווערן דורך טעראריסטן, אדער גערויבט ווערן דורך שווארצע מארקעט האנדלער וועלכע זוכן רייך צו ווערן אויפ'ן חשבון פון די ווערדפולע זאכן. אבער די אידישע אקטיוויסטן זאגן אז דער אפמאך וועט אויך שווערער מאכן פאר אידן וועלכע זענען אנטלאפן פון ליביע און דארטן איבערגעלאזט פארמעגנס, וויבאלד די ליביער רעגירונג וועט זיך קענען אפזאגן פון עס צוריקגעבן פאר די אידן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל