ווארשא – די פוילישע רעגירונג האט געמאלדן, אז אויף דערווייל האבן זיי גענצליך איינגעפרוירן דאס נייע האלאקאוסט געזעץ. דערווייל וועט דאס געזעץ, איינצוצוימען האלאקאוסט שפראך, בכלל נישט ווערן אינפארסירט, אזוי לאנג ווי די לעגאליטעט פונעם געזעץ ווערט איבערגעקוקט דורך דעם העכסטן קאנסטיטוציע געריכט אין לאנד. דער באשלוס נישט צו אינפארסירן דאס געזעץ ווילאנג דער געריכט קוקט עס איבער, איז שטארק באגריסט געווארן דורך אידישע גרופעס איבער דער וועלט, און דאס קומט אין דער זעלבער צייט וואס מ'האט געהערט פונעם אייראפעאישן יוניאן פרעזידענט, דאנעלד טאסק, וועלכער האט אליינס געדינט אלס פרעמיער מיניסטער אין פוילן מיט א פאר יאר צוריק, אז פוילן'ס אינטערנאציאנאלער אימעדזש ווערט געשעדיגט אלס רעזולטאט פונעם נייעם האלאקאוסט געזעץ.
הוסף רשומת תגובה