הַצְּבִי יִשְׂרָאֵל עַל בָּמוֹתֶיךָ חָלָל אֵיךְ נָפְלוּ גִבּוֹרִים:
א טיפער שאק און שווערער טרויער נעמט ארום דאס גאנצע יהדות החרדית, ספעציעל די רבבות בני תורה און עולם הישיבות איבער דער גארער וועלט, הערנדיג איבער דער פלוצים'דיגער פטירה פון מרן הגאון הגדול שר התורה, לוחם מלחמות ה', רבי שמואל אויערבאך זצוקללה"ה, ראש ישיבת מעלות התורה, דער מורה דרך און קאפיטאן פון די רבבות בני תורה להעמיד הדת על תילה בדרך המסורה בארה"ק, וואס האט ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה דעם שבת קודש ביינאכט לסדר "עולה היא לה'" (תצוה), אין הויכן עלטער פון 87 יאר, כיון ששבת, וי אבדה נפש.
אין אזא שטורמישע און שווערע תקופה אין וועלכן מיר געפינען זיך, ווען שטורמישע כוואליעס פרובירן צו פארפלייצן און דערטרענקען די שיף פונעם אומגעפעלשטן יהדות החרדית, איז דאס הסתלקות פון דעם גרויסן גאון דער ראש ישיבה זצוקללה"ה א שרעקליכע אבידה פאר יעדן ערליכן איד און אמת'ער בן תורה איבער דער וועלט. איבעראל איז מען דעריבער צעשאקלט און פאר'צער'ט, מ'קען נאך נישט אויפנעמען די ביטערע בשורה אז נצחו אראלים את המצוקים, און דער אויסגערופענער גאון וראש ישיבה, וואס האט מיט מסירות נפש זיך געשטעלט בעוז ובגבורה צו היטן משמרתה של תורה, געפינט זיך מער נישט בין החיים צווישן דעם כלל ישראל.
דער ראש ישיבה הגאון רבי שמואל זצוקללה"ה איז געווען פון די גדולי התורה והיראה, אויסגערופן מיט זיין געוואלדיגן צדקות, גאונות, קדושה און פרישות, און ספעציעל אלס דער עמוד האש וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע יארן לפני מחנה ישראל, און מיט מסירות נפש אויפגעשטורעמט תבל ומלואה קעגן די שרעקליכע גזירות פון העברה על הדת און בפרט קעגן דער גזירת שמד הגיוס. דער ראש ישיבה זצוק"ל האט זוכה געווען צו פירן א מחנה פון רבבות אלפי ישראל ובני תורה אויפ'ן דרך הסלולה, דעם אור-אלטן וועג פון התבדלות מרשעים, ווי א לייב האט דער ראש ישיבה געקעמפט קעגן די עוקרי הדת, באגלייט מיט שטורמישע פראטעסטן איבער גאנץ ארץ ישראל, שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים. טראץ זיינע פערזענליכע פיזישע יסורים, איז דער ראש ישיבה די גאנצע צייט אנגעגאנגען מיט זיין הרבצת התורה והיראה מיט פלאג און יגיעה, און מדריך געווען טויזנטער בני תורה זיך צו פירן בדעה אחת מיט שלומי אמוני ישראל, צי איז עס דער קאמף קעגן גזירת הגיוס, צי איז בנוגע דעם דרך פון חינוך הבנים והבנות, וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט א ברייטן נעץ פון א חינוך הטהור על טהרת הקודש, און ווי ער האט עס געלאזט הערן ביי זיין לעצטן אויפטריט, ביים גרויסן כינוס "כתר טהור" פאריגן מוצאי שבת קודש פ' תרומה, וואו ער האט מיט א פארווייטאגטן געשריי אויסגעשריגן, אז ס'איז א צייט פון פיקוח נפש, ס'איז פיקוח נפש פאר דער גאנצער תורה און אידישקייט, מ'וויל ליידער אויסרייסן אלעס, מ'וויל אונז אפקילן פון אלעם, דעריבער דארף מען וויסן אז די מוסדות על טהרת הקודש זענען נישט קיין חומרא אדער א הידור, דאס איז א נויט וואס עס פאדערט זיך, "להקהל ולעמוד על נפשינו".
דעם שבת קודש פ' תצוה ביינאכט, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה איז אהיימגעקומען פון דאווענען, האט ער זיך אפגערעדט איבער א שוואכקייט, און שפעטער ארום 11 אזייגער ביינאכט איז ער צוזאמגעפאלן פון אן הארץ-אטאקע ה"י. די וואלואנטירן און דאקטורים פון הצלה האבן פרובירט צו טון וואס מעגליך, און אויך אריינגעפירט דעם ראש ישיבה צום שערי צדק שפיטאל, אבער פון דארט זענען שוין נאר אנגעקומען די שווערע אומגלויבליכע שמועות איבער דער פטירה פון מרן ראש הישיבה זצוקללה"ה, דאס ריינע הארץ פון ראש ישיבה, וואס איז געווארן דורכגענומען מיט זארג און ציטער קעגן די אלע שרעקליכע גזירות וואס הויערן אויפ'ן כלל ישראל, האט עס אפנים מער נישט געקענט דורכטראגן, ועלתה לגנזי מרומים לישיבה של מעלה.
בצאת השבת האבן זיך טויזנטער צוזאמגענומען אין דער שערי חסד געגנט אין ירושלים, פארנט פון שטוב און די ישיבת מעלות התורה, וואס דער ראש ישיבה האט געגרינדעט און דארט מרביץ תורה געווען, זייענדיג ווי א פאטער און רועה נאמן פאר די תלמידים כבנים, און די טויזנטער תלמידים האבן געריסן קריעה, געזאגט תהלים באגלייט מיט בכיות נוראות, נישט זיך קענענדיג זיך צוזאמקלויבן פון דער שרעקליכער אבידה בפתע פתאום. היינטיגן זונטאג פארמיטאג גייט ארויס די לויה פון שטוב פונעם ראש ישיבה אין דער שערי חסד געגנט אין ירושלים, בהשתתפות הונדערטער טויזנטער בני היהדות הנאמנה אין ארץ ישראל, בראשות גדוליה ומנהיגיה שליט"א. מטעם הביד"צ העדה חרדית בעיה"ק ירושלים איז פארעפנטליכט געווארן א כרוז "גלה כבוד מישראל", וואו דאס ביד"צ רופט אויס א ביטול מלאכה אויף בשעת דער לויה.
כלל ישראל איז איינגעהילט אין א טיפן שאק, ס'הערט זיך דער קלאג אומעטום, איך נפלו גיבורים ונאבדו כלי מלחמה, גדול כים שברך מי ירפא לך היהדות הנאמנה בארה"ק, מי יקום לי עם מרעים מי יתיצב לי עם פעלי און, ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה', הוי מי יתן לנו תמורתו.

הוסף רשומת תגובה