באגדאד – קוועלער אינערהאלב דעם אמעריקאנער סטעיט דעפארמענט האבן נעכטן געזאגט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט נישט ביישטייערן קיין שום פרישע געלטער פאר איראק'ס ווידעראויפבוי, ביים ספעציעלן ווידעראויפבוי קאנפערענץ וואס גייט פארקומען אין מערץ. סעקרעטערי אוו סטעיט טילערסאן וועט אנטיילנעמען ביים קאנפערענץ, אבער דערווייל זענען נישטא קיין פלענער צו מעלדן פרישע געלטער, וויבאלד אמעריקע וויל אז אנדערע לענדער זאלן זיך אויך צושטעלן און ביישטייערן פאר איראק'ס צוקונפט. דער קאנפערענץ וועט פארקומען אין קואוועיט, בשכינות פון איראק, און עס קומט עטליכע וואכן נאכדעם וואס דער איראקער פרעמיער מיניסטער, היידאר על אבאדי, האט געזאגט אז זיין לאנד דארף האבן א פאנד פון 100 ביליאן דאלאר צו קענען צוריקבויען די שטעט וואס זענען חרוב געווארן אין לויף פון די קאמפן קעגן אייסיס די לעצטע פינף-זעקס יאר.

בילד: קיין איראק- ווידעראויפבוי געלטער


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל