לאנדאן – אין א שטארק-פאזיטיווער אנטוויקלונג, האט די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי אליינס, קאמענטירט איבער'ן אנגייענדיגן קאמפיין וואס די אידישע געמיינדע אין לאנדאן פירט קעגן די לאקאלע קאראנער, מערי האסעל, צו ברענגען אן ענדע צו איר אנגייענדיגע רשעות און דיסקרימינאציע קעגן די אידישע איינוואוינער אין א צייט ווען ס'קומט צו א בר מינן ל"ע. פרעמיער מיניסטארשע מעי איז אנגעפרעגט געווארן איבער דער אישו פון דער קאראנער ביי איר וועכנטליכע "פראגע סעסיע", און זי האט געענטפערט, "עס איז וויכטיג אז מיר זאלן אין באטראכט נעמען ספעציפישע פארלאנגען און געברויכן פון עמיצנ'ס רעליגיע, באזונדער ווען עס האנדלט זיך אין א מצב אז איינער האט פארלוירן א באליבטן און טרויערט". דערמיט איז די פרעמיער מיניסטארשע ארויסגעקומען מיט איר עפנטליכע מיינונג, אז די קאראנער איז נישט גערעכט מיט איר פארביסנקייט, און די אידישע "באורד אוו דעפיוטיס" האט זיך שטארק באדאנקט פאר די קאמענטארן.

בילד: פרעמיער מיניסטארשע איבער קאראנער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל