האלאנד – די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט געמאלדן, אז זי האט געעפנט אן אויספארשונג אויפ'ן פיליפינער פרעזידענט, ראדריגא דוטארטעי, איבער באשולדיגונגען אז אין דוטארטעי'ס ווילדן קאמף אויסצוראטן אומלעגאלע דראגס פון זיין לאנד פארלעצט זיין רעגירונג מענטשן-רעכט געזעצן און באגייט ברוטאליטעטן קעגן דער פיליפינער באפעלקערונג. דוטארטעי איז אריינגעוועלט געווארן אין אמט מיט כמעט צוויי יאר צוריק, אויף א פארשפרעכונג אז ער וועט אויסראטן דראגס פון די פיליפינען, אבער ער האט פארארדנט אזא ברוטאלן קאמפיין פון ארעסטן און מארדן, אז לויט א באריכט וואס די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט באקומען, האט דוטארטעי'ס קאמף שוין געברענגט פיר טויזנט פאטאליטעטן – א מערהייט פון זיי סתם ציווילע וועלכע האבן בכלל נישט געהאנדלט דראגס, נאר באזיצן אביסל ביי זיך.

בילד: דוטארטעי געפארשט דורך איי-סי-סי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל