סיריע – אין אן אינצידענט וואס צייכנט ווארשיינליך אפ דאס ערשטע מאל וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט דירעקט געצילט דאס מיליטער פון באשאר אסאד אין סיריע, האט מען נעכטן געהערט פון פענטאגאן קוועלער, אז אמעריקאנער פליגער האבן אומגעברענגט ארום הונדערט פרא-אסאד קעמפער און זעלנער פון דער סירישער ארמיי. לויט די באריכטן, האט עס פאסירט הארט נעבן דער יופערעיטיס טייך (נהר פרת), וואו די אמעריקאנער-געשטיצטע אנטי-אסאד רעבעלן האבן אין די לעצטערע מאנאטן אוועקגעשטעלט זייער צענטער און הויפטקווארטירן, און פלוצלינג אומפראוואצירט, האבן אסאד קרעפטן אנגעהויבן אריינקומען אין זייער טעריטאריע, מיט'ן ציל צו פארכאפן קאנטראל פון אויל פעלדער וואס די אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן האבן באפרייט פון אייסיס. זעענדיג די אומפראוואצירטע אטאקע, האט די אמעריקאנער עירפארס דורכגעפירט א באמבארדירונג, אומברענגענדיג ארום 100 פון די פרא-אסאד זעלנער.

בילד: אמעריקע באמבארדירט אסאד מיליטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל