האנאלולו – קוועלער אינערהאלב דעם אמעריקאנער מיליטער האבן געזאגט, אז דאס מיליטער האט דורכגעפירט א פרישן טעסט אויך אירע "מיסיל שוץ" סיסטעמען אין האוואאי, און עס איז דורכגעפאלן. דאס מיליטער האט שוין מיט יארן צוריק אוועקגעשטעלט פארגעשריטענע מיסיל שוץ סיסטעמען לענגאויס האוואאי, וויבאלד זי שטייט אויס דער נענטסטער געפאר פון באליסטישע מיסיל אטאקעס פון אזעלכע לענדער ווי צפון קארעא – אבער למעשה האט דאס מיליטער נאכנישט געהעריג אויספרובירט און פעסטגעשטעלט אז די מיסיל שוץ סיסטעמען קענען טאקע אראפשיסן אן אריינקומענדיגן פיינטליכן מיסיל, און דער נעכטיגער טעסט איז געווען א דורכפאל. דאס איז שוין דאס צווייטע מאל אין בלויז 12 מאנאטן, וואס דער מיסיל שוץ סיסטעם אין האוואאי שטעלט זיך ארויס אלס אומאפעקטיוו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל