ניו יארק – קאנסטרוקציע פארבינדעטע טויטפעלער אין ניו יארק, האט דערגרייכט א פערצן יאריגע הויכקייט אין יאר 16', לויט א נייעם באריכט וועלכע איז נעכטן פובליצירט געווארן. דער באריכט, וועלכע איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך די "ניו יארק קאמיטע פאר ארבעטער סעיפטי און געזונט", צייגט אז אין יאר 16' זענען 71 ארבעטער אין ניו יארק סטעיט אומגעקומען אין קאנסטרוקציע-פארבינדעטע אינצידענטן, וואס איז א שפרונג פון די 55 טויטפעלער וואס מ'האט געזען אין יאר 15' – און די ציפערן פון נארוואס-פארענדיגטן יאר 17' זענען נאכנישט צוזאמגעשטעלט געהעריג. דער ציפער קאנסטרוקציע טויטפעלער אין ניו יארק סיטי ספעציפיש, איז געווען אין יאר 16' בלויז 21, וואס איז ווייניגער ווי די 25 אין יאר 15'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל