בילד: עירבאס און באואינג

בריסל – דער קאמף צווישן דעם אייראפעאישן אוויאציע ריז עירבאס און דעם אמעריקאנער אוויאציע ריז באואינג, גייט ווייטער אן, און נעכטן האט מען געהערט אז עירבאס האט סוקסעספול דורכגעפירט איר ערשטע קאמערציאלע רייזע פון איר נייעם קליינעם פליגער, באקאנט אלס די "עי-321-על-אר", וואס זי באצייכנט אלס די וועלט'ס איינציגסטע פליגער מיט בלויז צוויי שורות פון דריי זיצן פער שורה, וואס קען פארן גאר לאנגע טראנס-אטלאנטיק רייזעס.

דער "עי-321-על-אר" ווערט באטראכט אלס א דירעקטער קאנקורענט צום נייעם קליינעם פליגער אויף וועלכע באואינג ארבעט, וואס וועט אויך באשטיין פון בלויז צוויי שורות פון דריי זיצן פער שורה, און טראץ וואס דער נייער באואינג פליגער האט נאכנישט קיין נאמען, טוען עס פאטענציעלע קאסטומערס און לופטליניעס באצייכענען אלס דער "באואינג 797".

נאך בילדער

בילד: די עי-321-על-אר

בילד: די עי-321-על-אר ענדיגט איר ערשטע טעסט-פלייט

בילד: די Oceanic A321LR מיט די זיץ-מאפע

קארטון: עירבאס לאכט אפ פון באואינג

ווידיאס






קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל