וואשינגטאן – אמעריקע פראדוצירט אצינד אזויפיל קרוד אויל, אז עס איז נאכנישט געשטאנען ביי אזא הויכע פראדוקציע שטאפל זינט 48 יאר צוריק אין יאר 970'. לויט פרישע ציפערן וואס די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן פובליצירט, טוט אמעריקע פראדוצירן אזויפיל ווי צען מיליאן פעסלעך קרוד אויל טעגליך, וואס דאס לעצטע מאל וואס מ'האט פראדוצירט אזויפיל איז געווען אין 970'. מארקעט עקספערטן זאגן אז היי יאר 18' איז ערווארטעט אז קרוד אויל פראדוקציע אין אמעריקע וועט נאר נאך מער שטייגן, וואס וועט זיין אנדערש ווי אין 970', ווען די פראדוקציע האט שטארק געטראסקעט נאך יענע היסטארישע הויכקייט. דער פאקט אז אמעריקע פראדוצירט היינט אזויפיל קרוד אויל, וואס גרויסע פראצענטן דערפון ווערן עקספארטירט צו אנדערע לענדער, איז גוטע נייעס פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, וועלכע וויל טאקע לויזער מאכן אויל גראבונג רעגולאציעס, און וויל עקספארטירן מער אמעריקאנער פראדוקטן קיין אויסלאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל