ווירדזשיניע – א פאסאזשיר באן, וועלכע האט געפירט רעפובליקאנער קאנגרעסלייט צו א פארברענג אין וועסט ווירדזשיניע, האט זיך נעכטן צוזאמגעשטויסן מיט א מיסט טראק, און אמווייניגסטנס איינער איז אומגעקומען. עמטרעק, די פירמע וועלכע האט ארויסגעדונגען די באן אלס א טשארטער, האט געזאגט אז צוויי באן–שטאב און דריי פאסאזשירן זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן, אבער קיינער פון די קאנגרעסלייט זענען נישט געשעדיגט געווארן. טראץ וואס ס'איז קלאר געווען אן עקסידענט, האט די לאקאלע פאליציי רעאגירט מיט א שטארקע באוואפנטע מאכט צו דער סצענע, אנקומענדיג דארטן מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס און ארומגעזוכט פאר א מעגליכן אטאקירער, איידער ס'איז פעסטגעשטעלט געווארן אז ס'איז געווען א פשוט'ער צוזאמשטויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל