וואשינגטאן – ברענדא פיטזשעראלד, וועלכע האט געדינט אלס דירעקטאר פון דעם פעדעראלן "דעזיז קאנטראל און פריווענשאן" צענטער, האט נעכטן רעזיגנירט פון איר אמט. פיטזשעראלד, וועלכע איז געשטעלט געווארן אויף איר פאזיציע דורך פרעזידענט טראמפ, איז נאכאנאנד אויסגעשטאנען פראגעס איבער פינאנציעלע "קאנפליקט אוו אינטערעסט" פראבלעמען, צוליב'ן פאקט אז זי האט פארמאגט גאר א סאך אינוועסטמענטס אין גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס, וועלכע וואלטן שווער געמאכט אז זי זאל טאן איר דזשאב אויפריכטיג, און נישט טאן איר דזשאב אונטער'ן איינפלוס פון די אינוועסטמענטס. "פאליטיקא" האט באריכטעט דינסטאג אז פיטזשעראלד האט איינגעקויפט סטאקס אין עטליכע טאבאקא פירמעס שוין נאכדעם וואס זי האט אקצעפטירט די פאזיציע אלס דירעקטאר פון די סי-די-סי, און אלס רעזולטאט פון דער פאליטיקא אויפדעקונג, האט זי רעזיגנירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל