וואשינגטאן – דער סאוט קאראליינע, רעפובליקאנער, קאנגרעסמאן טרעי גאודי, האט נעכטן געמאלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג צו קאנגרעס אין נאוועמבער היי יאר, נאר אנשטאט וועט ער רעטייערן פון פאליטיק אינגאנצן. קאנגרעסמאן גאודי איז א באקאנטער פיגור אין וואשינגטאן די-סי און אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, און ער האט באוויזן זיך צו שאפן א נאמען אין די לעצטע פאר יאר, ווען ער האט אנגעפירט די אויספארשונגען אין קאנגרעס איבער דער אטאקע וואס האט פאסירט אויפ'ן אמעריקאנער קאנסולאט אין בענגאזי, ליביע אין יאר 12' – און גאודי האט דורכגעפירט עטליכע גאר שטרענגע פארהערן אויף פרוי קלינטאן. גאודי איז אצינד דער 34'סטער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן וואס וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג היי יאר נאוועמבער, און גאודי זאגט אז אנשטאט פאליטיק, וועט ער זיך צוריקקערן צו יוסטיץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל