סיביר – א היסטארישע שוהל מיט א טרויעריגע געשיכטע אונטער זיך, איז נעכטן צוריקגעשאנקען געווארן פאר דער אידישער געמיינדע. די רעדע איז פונעם "זעלנער שוהל" וואס געפינט זיך אין דער שטאט טאמסק אינעם סיביר ראיאן אין רוסלאנד, וואס איז געגרינדעט געווארן אין יאר תרס"ז דורך אזעלכע אידן וואס האבן זיך צוריקגעקערט פון לאנגע יארן דינסט אין מיליטער פונעם רוסישן צאר, וואס זיי האבן געדינט אין מיליטער געצווינגענערהייט, ווערנדיג פארכאפט דורך די קאנטאניסטן און "כאפערס". די שוהל איז אנגעגאנגען לאנגע יארן, און די געוועזענע זעלנער האבן זיך זייער צוזאמגעהאלטן, און האבן אפילו געוואוינט אין קליינע שטיבער און צימערן אין דער זעלבער געביידע פונעם שוהל. אין תרצ"א האט די קאמוניסטישע רעגירונג פארכאפט דעם שוהל, און אזוי עס איז געבליבן פארלאזט ביז יעצט, ווען די לאקאלע מוניציפאלע באאמטע האבן עס ענדליך צוריקגעגעבן פאר דער לאקאלער אידישער געמיינדע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל