פראנקרייך – דער באקאנטער "לואוורעי" מוזעאום אין פאריז, פראנקרייך האט אין די יעצטיגע טעג ארויסגעשטעלט 31 טייערע מאלערייען – וואס האבן באלאנגט פאר אידישע רייכע לייט בעפאר'ן קריג און איז גערויבט געווארן דורך די נאציס ימ"ש אין לויף פונעם קריג – אויף פערמאנענטע אויסלייג, זאגנדיג אז איר ציל איז צו טרעפן די אריגינעלע און עכטע אייגנטימער פאר וועמען די מאלערייען האבן באלאנגט, און זיי עס צוריקגעבן. די לואוורעי מוזעאום זאגט אז זינט'ן קריג זענען שוין העכער 45 טויזנט חפצים און מאלערייען צוריקגעשאנקען געווארן פאר די אריגינעלע אידישע אייגנטימער, אבער עס זענען פארהאן איבער צוויי טויזנט אזעלכע מאלערייען, און 296 דערפון ליגן אין די ארכיוון פון דעם לואוורעי מוזעאום און ווארטן אז די אריגינעלע אייגנטימער, אדער זייערע יורשים, זאלן עס קומען נעמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל