ניו יארק סיטי – א רייקערס איילענד טורמע וועכטער געפינט זיך אין שפיטאל מיט ערנסטע וואונדן, נאכן ווערן אטאקירט דורך פיר גענג מיטגלידער. לויט טורמע באאמטע, איז דאס געווען די ערגסטע אטאקע אויף א טורמע אפיציר אין גאר לאנגע יארן, און עס האט פאסירט ווען סטיווען עספינאל, אן ארעסטאנט און טרויעריג-בארימער מיטגליד פון דער ברוטאלער "בלאדס" גענג-באנדע, האט זיך גענומען ווילד שלאגן דעם אומאידענטיפיצירטן יונגן אפיציר, און 5 אנדערע ארעסטאנטן, אויך מיטגלידער פון די "בלאדס" גענג, האבן זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם האבן זיי ברוטאל געשלאגן דעם אפיציר. זיי האבן אים צעשלאגן ביז ער האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין, און ער האט געליטן שווערע וואונדן אויפן גענאק און די שדרה. ער געפינט זיך אין שפיטאל אין א קריטישן צושטאנד, און א גרונטליכע אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל