וואשינגטאן – א לענגערע באריכט אינעם "ניו יארק טיימס" צייגט, אז מער און מער אמעריקאנער ביזנעסער האבן אין די לעצטע יארן ליבערשט פארטיילט גרויסע באנוסעס פאר זייערע ארבעטער, ווי איידער געבן לאנגטערמיניגע געהאלט העכערונגען. מען דערזעט זיך שוין די לעצטע פאר יאר מיט אן אינטערעסאנטן פראבלעם אין דער אמעריקאנער עקאנאמיע, אז אין דער צייט וואס עס קומען צו הונדערטער טויזנטער דזשאבס מאנאטליך, זעט מען נישט ווי געהעלטער זאלן זיך הייבן, וואס ברענגט א זארג ביי עקאנאמיסטן – אבער דער "טיימס" באריכט זאגט, אז דאס איז נישט ווייל ביזנעסער האבן נישט דאס געלט צו געבן העכערונגען, נאר זיי ווילן ענדערש געבן באנוסעס, ווי איידער שליסן געהאלט-העכערונג קאנטראקטס מיט די ארבעטער. "עיאן היועט", א ביזנעס סורוועי פירמע, זאגט אז אין 991' האבן ווייניגער ווי העלפט ביזנעסער אין אמעריקע פארטיילט באנוסעס, און פאריאר האבן 88 פראצענט אמעריקאנער ביזנעסער פארטיילט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל