סקאטלאנד – א פארמער אין סקאטלאנד וועט שוין נישט רופן די פאליציי אזוי אפט, נאכדעם וואס ער האט אלארמירט די פאליציי און אנדערע עמורדזשענסי אגענטורן אז ער זעט אין זיין גארטן א ריזיגן טיגער, און ער ציטערט אז דער טיגער איז דא מיט זיין פאמיליע, און זיי גייען זיך אט ארויסלאזן אין אן אטאקע אויף זיין הויז, אדער פארם, וואו ער פארמאגט קוען און אנדערע באשעפענישן.

די געלערנטע פאליציי אפיצירן זענען אנגעקומען און טאקע באשטעטיגט אז א טיגער זיצט און אטעמט אזוי געמיטלעך, הארט נעבן דער הייזקע ווי די קוען האבן זיך אויפגעהאלטן. נאך עטליכע אנגעצויגענע מאמענטן , גייענדיג גאר נאענט צום טיגער, האט איין אפיציר באמערקט אז דער טיגער האט צו זיך צוגעקלעבט א פרייז צעטל... ארויסגעשטעלט האט זיך אז עס איז געווען נישט מער ווי א גרויסער שפילצייג טיגער, אין סייז פון א געהעריגן גרויסן טיגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל