וואשינגטאן – א פעדעראלע רעגירונג באריכט צייגט, אז אן אמעריקאנער גרעניץ וועכטער וועלכער איז אומגעקומען ביים מעקסיקא גרעניץ פארלאפענעם נאוועמבער, איז אומגעקומען פשוט נאכ'ן אריינפאלן אין א גרוב, און נישט צוליב אן אטאקע דורך אומלעגאלע אימיגראנטן. ווען עס איז צום ערשט באריכטעט געווארן אז דער גרעניץ וועכטער, ראגעליא מארטינעז, איז אומגעקומען ביים גרעניץ צווישן מעקסיקא און טעקסאס, האבן די באריכטן געצייגט אז עס איז געווען די רעזולטאט פון א ווילדער שטיינער אטאקע דורך א גרופע אומלעגאלע אימיגראנטן, און פרעזידענט טראמפ האט זיך טאקע ארויפגעכאפט דערויף און שארף פארדאמט דעם אינצידענט, זאגנדיג אז דאס צייגט די וויכטיגקייט פון בויען א גרעניץ וואנט. למעשה איז די פעדעראלע רעגירונג'ס אויספארשונג געקומען צו אן ענדע, און עס צייגט אז ער איז פשוט אראפגעפאלן אין א טיפן גרוב.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל