וואשינגטאן – דער מעקסיקאנער פרעזידענט, הענריקע פענע ניעטע, האט צוריקגעצויגן פון א געפלאנטן באזוך אין ווייסן הויז, נאך א היציגן טעלעפאנישן געשפרעך מיט פרעזידענט טראמפ. דער געשפרעך איז פארגעקומען די וואך דינסטאג, וואו דער מעקסיקאנער פרעזידענט האט פארלאנגט פון טראמפ, אז ער זאל ארויסקומען אפיציעל אנערקענען אז מעקסיקא גייט נישט באצאלן פאר דער גרעניץ וואנט. רוב פון די פופציג מינוטיגע טעלעפאן געשפרעך איז געווען איבער דער וואנט, און נישט טראמפ און נישט ניעטע האבן געוואלט נאכגעבן איינער פאר׳ן צווייטן. ניעטע האט געזאלט באזוכן דאס ווייסע הויז ענדע פעברואר אדער אנהייב מערץ, אבער אלס רעזולטאט פונעם היציגן געשפרעך, האט ער אפגעשאפן זיין פלאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל