וואשינגטאן – צוויי וואכן נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט צוריקגעוויזן א ביטע פון די דעמאקראטן אין קאנגרעס, צו באשטעטיגן די פובליצירונג פון זייער מעמא איבער דער רוסלאנד אויספארשונג, האט קאנגרעס באשטעטיגט אז עס קען ארויסגעגעבן ווערן. דער מעמא, וועלכע איז אן אנטווארט פאר די רעפובליקאנער מעמא וואס איז ארויסגעגעבן געווארן עטליכע וואכן צוריק, פארטיידיגט דאס וואס די עף-בי-איי האט געעפנט אן אויספארשונג אויפ'ן טראמפ קאמפיין אין יולי יאר 16', און אויך טוט דער מעמא ארויסברענגען אז ווען די עף-בי-איי, האט ארויסגענומען אן ערלויבעניש צו מעגן שפיאנירן אויפ'ן טראמפ קאמפיין ראטגעבער קארטער פעידזש, האבן זיי געברענגט א הויפן באווייזן פאר דעם ספעציעלן "פייסא" געריכט, און נישט נאר גענוצט די פאליטיש-מאטיווירטע קלינטאן-צוזאמגעשטעלטע "טראמפ דאסיע", וואס דאס האט די רעפובליקאנער מעמא געהאט באשולדיגט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל