וואשינגטאן – אינדערצייט וואס עס האט זיך באנייעט דער גאן קאנטראל דעבאטע אין לאנד, האט מען געהערט אז די פרא-גאן לאביאיסטן גרופע "ען-אר-עי", האט אנגעהויבן פארלירן שותפות מיט פילע גרויסע ביזנעסער, וועלכע ברויזן אז די ען-אר-עי בלאקירט נארמאלע און פארשטענדליכע נייע צוימונגען צו גאן פארקויף. די ען-אר-עי פונקציאנירט דורכ'ן באקומען מעמבערשיפ געלטער פון אירע מעמבערס, און אין אויסטויש געבן זיי דיסקאונטס אין פילע געשעפטן און ביזנעסער פאר אלע מעמבערס, און יעצט, אלס רעזולטאט פון די פלארידע סקול שיסעריי, האבן עטליכע גרויסע ביזנעסער אנגעהויבן ארויסצוציען פון קאאפעראציע מיט די ען-אר-עי, אנגעהויבן מיט די "ווינדהעם האטעלס" גרופע, "בעסט וועסטערן האטעלס" גרופע, "מעט-לייף" לייף אינשורענס פירמע, "הערטז" קאר רענטל, און "דעלטא" און "יונייטעד" לופטליניעס.
הוסף רשומת תגובה