וואשינגטאן – די פעדעראלע געזונטהייט באאמטע זאגן, אז די צאל פלו אנגעשטעקטע איז געפאלן אין די לעצטע צוויי וואכן, און ס'איז א צייכן אז דער יעצטיגער היסטאריש-שווערער פלו סעזאן קומט שוין צו אן ענדע. אין לויף פון דער לעצטער וואך זענען געווען פרישע דרייצן קינדער פאטאליטעטן פון דער פלו, ברענגענדיג די סך הכל צו 97 קינדער פאטאליטעטן היי יאר, וואס איז א זעלטן-הויכער ציפער, אבער פארט איז געפאלן די אלגעמיינע פראצענט פון וויפיל פלו אנגעשטעקטע מענטשן עס שטארבן, צו בלויז 9.5 פראצענט. שפיטעלער איבער'ן לאנד האבן אויך געזאגט אז זיי זעען שוין א קלענערע צאל מענטשן וועלכע ווערן שפיטאליזירט פאר עמורדזשענסי באהאנדלונג אלס רעזולטאט פון די פלו.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל