איינע פון די ערשטע זאכן וואס דער פרעזידענט האט געטון נאכן געווינען  די פרעזידענטשאפט איז געווען צו קריטיקירן די איבערגעטריבענע קאסטן פון די ״עיר פארס וואן״ פרעזידענטליכע פליגער וואס מען האלט אינמיטן בויען, און געמאלדן אז ער וועט פון פריש פארהאנדלן מיט באואינג דערוועגן, און אז ער האלט נישט דערביי אז די פעדעראלע רעגירונג זאל באצאלן סיי וואס עס קאסט נאר ער פארלאנגט א באשטימטע פרייז

היינט האבן באואינג און דאס ווייסע הויז געמאלדן אז די פארצויגענע פארהאנדלונגען זענען געקומען צו אן ענדע, און אז די ענדגילטיגע פרייז וועט זיין 3.9 ביליאן דאלער, און לויט די ווייסע הויז איז דאס מיט איבער א ביליאן דאלער ווייניגער ווי דאס וואלט געקאסט אן די פארהאנדלונג, טראץ וואס די ארגינעלע קאנטראקט איז געווען פאר 3 ביליאן דאלער, האבן אבער די קאסטן געהאלטן אין איין שטייגן.

סיי דאס ווייסע הויז און סיי באואינג האבן אויסגעדריקט צופרידנהייט, און באואינג האט געזאגט אז די פליגער וועט זיין די מערסט פארגעשריטענע ציווילע פליגער וואס מען האט נאר געזען סיי ווען מיט העכסט סאפיסטיקירטע זיכערהייט און קאמיוניקאציע מעגליכקייטן, און וועט אריינגיין אין דינסט הערשט אין 2021 לויט די יעצטיגע שאצונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל