לוי סאנדערס, דער זון פונעם 77 יעריגער בערני סאנדערס, האט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר קאנגרעס צו פארטרעטן די ערשטע דיסטריקט פון ניו העמפשיר. ביים דערקלערן זיין קאנדידאטור האט ער גענוצט גאר ענליכע רעטאריק ווי דאס וואס זיין פאטער האט גענוצט ביי זיין פרעזידענטליכע קאמפיין, און געזאגט אז ער גייט קיין וואשינגטאן צו קעמפן פאר די ״99 פערצענט וואס ווערן אויסגענוצט דורך די 1 פערצענט״.

דאס קומט נאכדעם וואס א טאכטער פון סאנדערס לויפט פאר די פאזיציע פון מעיאר אין בורלינגטאן, א פאזיציע אויף וועלכער בערני האט אמאל געדינט, און מאנכע וואונדערן זיך אויב פאר אונזערע אויגן אנטוויקלן זיך א ״סאנדערס דינאסטיע״ און וויאזוי די פארברענטע סאנדערס שטיצער וועלכע האבן גערעדט קעגן די ״קלינטאן דינאסטיע״ וועלן דאס קענען אראפשלונגען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל