די פאפולערע אנליין ווידעאו-קאנאל, יוטוב, האט אפגעזאגט א פאדערונג אראפצואווארפן דאס האס-מאטעריאל פון אן אמעריקאנער נעא-נאצישער גרופע.

די האס-גרופע, 'אטאמוואפן', וואס פארמאגט פיליאלעס אין א צוויי-צענדליג שטאטן לענגאויס אמעריקע, ניצט די יוטוב-פלאטפארמע צו פארשפרייטן שנאה און האס קעגן אידן און אנדערע גרופעס.

די יוטוב-וועבסייט האט אבער אנטזאגט א פארלאנג אראפצונעמען די ווידעאוס, טראץ דעם וואס זיי פארלעצן יוטוב'ס פארשריפטן און רעגולאציעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל