די פעדעראלע רעגירונג וועט אין די קומענדיגע טעג אינסטולירן אן אפאראט אין דער פארנומענער 'פּען' סאבוועי סטאנציע, וואס וועט קענען דערשמעקן זעלבסמערדער וואס וועלן פרובירן אריינקומען אנגעלאדנט מיט אויפרייס-מאטעריאל.

דאס קומט נאך דעם וואס סענאטאר טשארלס שומער האט אין די לעצטיגע וואכן אנגעהויבן פאראויסשטופן דעם פלאן, אז דער שטאטישער סאבוועי-סיסטעם זאל אויסגעשטאט ווערן מיט ספעציעלע אפאראטן, וואס קענען דערשפירן זעלבסמארד-וועסטלעך -- באמבעס וואס טעראריסטן טוען אן אויף זיך, מיט'ן חשבון זיך שפעטער אויפצורייסן.

די מאשינען ארבעטן מיט סאפיסטיקירטער טעכנאלאגיע, וואס קען שמעקן אויב א מענטש פארמאגט אויף זיך די באשטאנדטיילן וואס ווערן געווענליך געניצט דורך טעראריסטן דורכצופירן זעלבסמארד-אטאקעס.

דער דאזיגער אפאראט ווערט אין די טעג שוין פרובירט אין עטליכע סאבוועי-סיסטעמס איבער גרעסערע שטעט אין לאנד, ווי לאס אנדזשעלעס און וואשינגטאן, און אויב וועט די יעצטיגע פראבע זיין א סוקסעס, וועלן די מאשינען אוועקגעשטעלט ווערן אויך אין אנדערע סאבוועי סטאנציעס איבער דער שטאט.

דער אפאראט האט אנגעהויבן אנטוויקלט ווערן אין 04', אבער איז דערווייל נאכנישט פולשטענדיג גרייט צום באניץ. סענאטאר שומער האט זיך באקלאגט פארוואס ס'נעמט אזוי לאנג דאס צו פארענדיגן, און דערביי קריטיקירט דער TSA פארוואס דאס איז נאכנישט אנגעקומען קיין ניו יארק, אין דער צייט וואס אנדערע שטעט פרובירן עס שוין אויף זייערע סיסטעמס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל